סלאוואקיי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
סלאוואקישע רעפובליק
Slovenská republika
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך סלאוואקיש
הויפטשטאט בראטיסלאווא
רעגירונג
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
איוואן גאשפאראוויטש
גרינדונג דאטום
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
49,035 קוואדראט ק"מ
131סט
נישטיק
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט



מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $126.9 ביליאן (2011)‏[1] (63סט)
וואלוטע איירא
צייט זאנע +1
אינטערנעט דאמען sk.
טעלעפאן קאד 421+

סלאָװאַקײַ (סלאוואקיש: Slovensko), אפיציעל סלאוואקישע רעפובליק, איז אַ לאַנד אין צענטראַל אײראָפּע וואס איז לאנד איינגעשלאסן. איר הױפּטשטאָט איז בראַטיסלאַװאַ (פרעשבורג) און איר באפעלקערונג איז העכער פון פינף מיליאן.

סלאוואקיי איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א און די פאראייניקטע פעלקער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

סלאוואקיי איז געווארן א טייל פונעם קעניגרייך פון אונגארן אין דעם 10טן יארהונדערט. יידן האבן אנגהויבן זיך באזעצן אין סלאוואקיי אין דעם 14טן יארהונדערט.

אין 1918 איז סלאוואקיי געווארן א טייל פונעם נייעם לאנד טשעכאסלאוואקיי.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער צפון טייל פון לאנד איז באדעקט מיט די קארפאטישע בערג. די הויפט טייכן זענען די דוניי, דער וואג און דער גראן.

רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די קאנסטיטוציע גאראנטירט פרייהייט פון רעליגיע. 60.4% פון סלאוואקן האלטן זיך פאר קאטאליקן, 9.6% אומרעליגיעז אדער אטעאיסטיש, 6% פראטעסטאנטן און 5% פראוואסלאוונע.[2] פארן צווייטן וועלט קריג האבן געוואוינט אין סלאוואקיי אומגעפער 90,000 יידן (1.6% פון דער באפעלקערונג). נאך דער שחיטה וואס די נאציס האבן דורכגעפירט, בלייבן נאר 2,300 יידן (.04% פון דער באפעלקערונג).[3]

פאליטיק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער ראש מלוכה פון סלאוואקיי איז דער פרעזידענט (היינט איוואן גאשפאראוויטש), וואס מען וויילט אויף א קאדענץ פון פינף יאר.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  1. CIA וועלט פאקטבוך
  2. Lahmeyer, Jan (2004). Slovakia Statistics. Populstat Website. דערגרייכט דעם Dec. 4, 2009.
  3. Vogelsang, Peter; Brian B. M. Larsen (2002). Deportations. The Danish Center for Holocaust and Genocide Studies. דערגרייכט דעם April 26, 2008.