הסכּם 11 נאָוועמבער

הסכּם דעם 11־טן נאָוועמבער

ווי יעדער יאָר אויף דעם 11־טן נאָוועמבער, נאַציאָנאַליסטן און נעאָ־פֿאַשיסטן פֿון פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס פּלאַנירן אַ מאַרש דורך די גאַסן פֿון וואַרשע. מיר ווילן ניט, אַז די אָנהענגער פֿון קסענאָפֿאָבישע און ראַסיסטישע אידעאָלאָגיע ,וואָס ייִחוסן זיך מיט די פֿאַר־מלחמיקע אָרגאַניזאַציעס מיט עפֿנטלעכן פֿאַשיסטישן הינטערגרונט, זאָלן ווידער אַמאָל מאַרשירן דורך די הויפּטשטאָט פֿון פּוילן. מיט דערפֿאַרונגען פֿון אַמאָל אין זכּרון, מיר מיינען אַז מע זאָל זיך שטעלן קעגן דער נאַציאָנאַליסטישער באַוועגונג וואָס וואַקסט אין כּוח. אין די לעצטע צוויי יאָרן האָבן מיר זיך באַמיט צו בלאָקירן זייער מאַרש. מיר וועלן מצליח זײַן נאָר ווען מיר קומען מאַסנווײַז.

מיר זענען אַ גרופּע פֿון פֿאַרשיידענע מענטשן און סבֿיבֿות. עס פֿאַרבינדט אונדז דער אײַנווענד קעגן פֿאַשיזם. מיר פּלאַנירן אַ דעמאָנסטראַציע אויפֿן מאַרשרוט פֿונעם פֿאַשיסטן־מאַרש. מיר ווילן עס פֿיזיש בלאָקירן. מיר וועלן ניצן אונדזער בירגעררעכט. מיר פֿאַרבעטן אַלע אײַנוווינערס פֿון וואַרשע און אַלע די, וואָס ווילן קומען קיין וואַרשע, אַקטיוו אויפֿצושטייען קעגן די פֿאַשיסטן. מיר רעכענען אויף אײַך אַז איר זאָלט אָנטיילנעמען אין צוגרייטונגען, איר זאָלט אָנקומען אין צײַט און אָרט וואָס מיר וועלן אײַך פֿאָרלייגן, און אונדז העלפֿן צוצוגרייטונן די טראַנספּאַראַנטן. אויכעט איר זאָלט אינפֿאָרמירן אײַערע פֿרײַנד וועגן אונדזערע טעטיקייטן. מיר רעכענען אויף אײַער בײַזײַן.

דאָס גענויע אָרט און שעה פֿון דער פֿאַרזאַמלונג וועלן מיר מעלדן דעם 11־טן אין דער פֿרי אויפֿן וועבזײַטל: href="http://www.11listopada.org/">http://www.11listopada.org/ .

פֿאַשיזם וועט ניט איבערגיין!